LyricsZog Nit Kein'mol (The…

Folk, Hersh Glick, Moshe Wilensky, חוה אלברשטיין

Last update on: July 21, 2017
No translations availableNo translations available
These lyrics are waiting for review
If you found mistakes, please help us by correcting them.

זאָג ניט קײן מאָל - פאַרטיזאַנער ליד זאָג ניט קיין מאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג כאָטש הימלען בלייַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג

קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי מיר קומען אָן מיט אונדזער פּייַן מיט אונדזער וויי און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּראָץ פֿון אונדזער בלוט שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּראָץ פֿון אונדזער בלוט שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט ס'וועט די מאָרגן־זון באַגילדן אונדז דעם הייַנט און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿייַנט נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דער קאַיאָר ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דער קאַיאָר ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלייַ ס'איז ניט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרייַ דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט טאָ זאָג ניט קיין מאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג כאָטש הימלען בלייַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ

No translations availableNo translations available
  • 0

Last activities

Musixmatch for Spotify and
iTunes is now available for
your computer

Download now